הונדערט-יעריקער יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער שפּראַך-קאָנפֿערענץ
דער העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים דער צענטער צו פֿאָרשן די געשיכטע און קולטור פֿון מזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן בײַם נאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט פֿון קיִעוו מאָהילאַ-אַקאַדעמיע די רמבם-אַקאַדעמיע, מאָסקווע דער טשערנאָוויצער נאַציאָנאַלער שטאַט-אוניווערסיטעט
שטיצערס: דער אייראָ-אַזיע ייִדישער קאָנגרעס, בית שלום עליכם, תּל-אָבֿיבֿ, טשערנאָוויצער שטאָט-פֿאַרוואַלטונג
די אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם הונדערט-יעריקן יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער שפּראַך-קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרקומען אויף דעם זעלבן אָרט ווי די היסטאָרישע ערשטע ייִדישע שפּראַך-קאָנפֿערענץ פֿון 1908, אין די ראַמען פֿון אַ וואָך פֿון ייִדישע קולטור-אימפּרעזעס. די קאָנפֿערענץ איז אויך פֿאַרבונדן מיט די פֿײַערונגען לכּבֿוד דעם 600-יעריקן יובֿל פֿון טשערנאָוויץ און די דערעפֿענונג פֿון דעם ייִדישן מוזיי אין דער שטאָט.
|
|
קבלת-פּנים און רעגיסטראַציע פֿון די באַטייליקטע, האָטעל "בוקאָווינאַ" |
זונטיק דעם 17טן אויגוסט |
|
|
טשערנאָוויצער נאַציאָנאַלער שטאַט-אוניווערסיטעט |
מאָנטיק דעם 18טן אויגוסט |
15:00 באַזוך אין דער שטאָט 18:00 פֿײַערלעכע דערעפֿענונג פֿון דער קאָנפֿערענץ מיט דער באַטייליקונג פֿון דעם בוקאָווינער גובערנאַטאָר און דעם טשערנאָוויצער שטאָט-פּרעזידענט קבלת-פּנים
|
|
דאָס אוקראַיִנישע נאַציאָנאַל-הויז (אוקראַיִנסקאַ-גאַס) |
דינסטיק דעם 19טן אויגוסט |
9:00 – 9:45 עפֿענונג-רעפֿעראַט שיקל פֿישמאַן (ניו-יאָרק) דער הונדערטסטער יובֿל פֿון דער טשערנאָוויציער שפּראַך-קאָנפֿערענץ און צו וואָס איז ער אונדז מחייבֿ: די שבֿועה פֿון 2008 לכּבֿוד ולזכּרון טשערנאָוויץ 1908
9:45 – 11:30 צווייטע סעסיע: ייִדיש אין 1908 – היסטאָרישער קאָנטעקסט פֿאָרזיצער: אַבֿרהם נאָווערשטערן דזשעס אָלסאָן (ניו-יאָרק) פֿון פּאָליטיק צו פֿאָלקישקייט – נתן בירנבוים; אַן איבערשאַצונג פֿון דער סוגיא פּאָליטיק און קולטור אין דער טשערנאָוויצער שפּראַך-קאָנפֿערענץ אַרמין איידהער (זאַלצוברג) טשערנאָוויץ ווי דער אָנשפּאַרפּונקט פֿון דעם קולטורעלן אויפֿבלי אין גאַליציע און בוקאָווינע מאַרקוס באַוער (לאָנדאָן) נאָך דער קאָנפֿערענץ – ייִדיש לעבן אין טשערנאָוויץ פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה אָפּרופֿן
11:45 – 11:30 קאַווע-הפֿסקה
11:45 – 13:30 דריטע סעסיע: ייִדיש לעבן אין טשערנאָוויץ – 1908 און ווײַטער פֿאָרזיצער: ברוך פּאָדאָלסקי מיקאָלאַ קושניר (טשערנאָוויץ) דאָס אויספֿורעמען די ייִדישע אידענטיטעט אין בוקאָווינע מאַריִאַ ניקירסאַ (טשערנאָוויץ) די געשיכטע פֿון טשערנאָוויצער ייִדן אין די דאָקומענטן פֿון דעם שטאַטאַרכיוו פֿון דער טשערנאָוויצער געגנט שׂרה האַל (לאָנדאָן) 21 יאָר נאָך דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ – די קולטורעלע ראַלע פֿון "טשערנאָוויצער בלעטער" אָפּרופֿן
13:30 – 15:00 מיטאָג-הפֿסקה
15:00 – 16:30 פֿערטע סעסיע: ייִדיש אין אַ וועלט וואָס בײַט זיך – נעכטן, הײַנט און מאָרגן פֿאָרזיצער: סטעפֿען קראָג יוסף ווײַסמאַן (בעטעסדאַ, פֿש"אַ) די וועלט און דאָס שטעטל: ייִדיש אויף דער אינטערנעץ סיריל אַסלאַנאָוו (ירושלים) וויקיפּעדיע און ייִדיש – אַ לעצטער שאַנס אָדער אַ בלינד געסל? מאַריִאַ קאַספּינאַ (מאָסקווע) ייִדישער פֿאָלקלאָר אין טשערנאָוויץ הײַנט צו טאָג עלוויראַ גראָזינגער (פּאָטסדאַם) דאָס פֿאַרשטומטע קול פֿון ייִדן – דער היסטאָרישער באַטײַט פֿון די רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער אין די קאָלעקציעס פֿון מ. בערעגאָווסקי און ס. מאַגיד אָפּרופֿן
16:30 – 16:45 קאַווע-הפֿסקה
16:45 – 18:30 פֿינפֿטע סעסיע: בלעטער געשיכטע פֿאָרזיצער: עוואַ געלער עלי קעלמאַן (בּאָסטאָן) דער (קורצער) המשך פֿון דער "קולטור-ליגע" אין צווישן-מלחמהדיקן פּוילן תּמרה זשוק (קיִעוו) זאַמלונגען פֿון ייִדישע שרײַבערס אין קיִעווער קאָלעקציעס דמיטרי זשעוועליאָוו (מינסק) ייִדישע דאָקומענטן אין מינסקער אַרכיוון אָפּרופֿן
|
|
אין זאַל פֿון דער טשערנאָוויצער פֿילהאַרמאָנישער געזעלשאַפֿט (אַמאָליקער "מוזיק-פֿאַראיין") |
מיטוואָך דעם 20סטן אויגוסט |
10:00 – 11:45 זעקסטע סעסיע: דער סטאַטוס פֿון ייִדיש אינעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט פֿאָרזיצער: אַרמין איידהער אַבֿרהם נאָווערשטערן (ירושלים) דער אימאַזש פֿון ייִדיש אין דער יִידישער ליטעראַטור מיכאל טשלענאָוו (מאָסקווע) זשאַרגאָן ווערסוס נאַציאָנאַל-שפּראַך: אַ פּרוּוו צו פּעריאָדיזירן ייִדיש רחל ראָזשאַנסקי (חיפֿה) פֿון אַן אימיגראַנטישער פּרעסע צו אַ ישׂראלדיקער סובקולטור: די ייִדישע פּרעסע אין ישׂראל 2008-1948 אָפּרופֿן
11:45 – 12:00 קאַווע-הפֿסקה
12:00 – 13:30 זיבעטע סעסיע: ייִדיש אין איין און צוואַנציקסטן יאָרהונדערט פֿאָרזיצער: דזשעס אָלסאָן סטעפֿען קראָג (אַאַרהוס, דענמאַרק) ייִדיש אין 21סטן יאַרהונדערט: גראַמאַטישע אונטערשיידן צווישן כּלל-ייִדיש און דעם ניו-יאָרקער חרדישן ייִדיש אַסיאַ ווײַסמאַן (קיימברידזש, פֿש"אַ) ייִדישע פֿאָרשטעלונגען און אימפּרעזעס הײַנט צו טאָג אין חסידישע שולן פֿאַר מיידלעך איסאַבעל באַריער (ניו-יאָרק) די וויטאַליטעט פֿון ייִדיש צווישן חסידישע קינדערלעך אין אַ פֿאָרשול אין ברוקלין אָפּרופֿן
13:30 - 15:00 מיטאָג
15:00 – 16:30 אַכטע סעסיע: ייִדיש אַרום דער וועלט פֿאָרזיצער: מאַריִאַ קאַספּינאַ אַסטריד שטאַרק-אַדלער (מולהוז, פֿראַנקרײַך) ייִדיש אין עלזאַס הײַנט צו טאָג סעבאַסטיאַן שולמאַן (קישינעוו) די גאָלדענע פּאַווע און דער ייִדישער פֿעניקס: הײַנטצײַטיקע אָבסערוואַציעס וועגן ייִדיש אין קישינעוו און מינסק אַנאַטאָלי קערזשנער (קיִעוו) דער מצבֿ פֿון ייִדיש אין אוקראַיִנע הײַנט צו טאָג אָפּרופֿן
16:30 – 16:45 קאַווע-הפֿסקה
16:45 – 18:30 נײַנטע סעסיע: ייִדישע שרײַבערס אין טשערנאָוויץ פֿאָרזיצער: אַסטריד שטאַרק עמינדבֿ דיקמאַן (ירושלים) איציק מאַנגער אין העברעיִש: אַן איבערבליק און אַן אָפּשאַץ לידיאַ קאַמען (תּל-אָבֿיבֿ) פּראָבלעמען בײַם איבערזעצן מאַנגערן אויף רוסיש ברוריה וויגאַנד (אָקספּאָרד) קבלה און חסידות אין דער פּאָעזיע פֿונעם טשערנאָוויצער דיכטער יעקבֿ פֿרידמאַן אָפּרופֿן
|
|
טשערנאָוויצער שטאָטישער קולטור-פּאַלאַץ (אַמאָליקער "ייִדיש נאַציאָנאַל-הויז") |
דאָנערשטיק דעם 21סטן אויגוסט |
9:00 – 11:00 צענטע סעסיע: ייִדישע לינגוויסטיק און לעקסיקאָגראַפֿיע פֿאָרזיצער: מיכאל טשלענאָוו וואָלף מאָסקאָוויטש (ירושלים) די אויפֿגאַבעס פֿון דער מאָדערנער ייִדישער לעקסיקאָגראַפֿיע ברוך פּאָדאָלסקי (תּל-אָבֿיבֿ) עטלעכע פּראָבלעמען פֿון ייִדישער לעקסיקאָגראַפֿיע עוואַ געלער (וואַרשע) דאָס פּוילישע ייִדיש נאָך דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ: אויפֿן וועג צו אַ שפּראַכנבײַט? איוו יאָכנאָוויץ (ניו-יאָרק) דער רעצעפּט – אַ ייִדישער ליטעראַרישער זשאַנער אָפּרופֿן
11:00 – 11:15 קאַווע-הפֿסקה
11:15 – 12:00 שלוס פֿון דער קאָנפֿערענץ פֿאָרזיצערס: וואָלף מאָסקאָוויטש, אַבֿרהם נאָווערשטערן אָפּרופֿן |
|
|
|
|
|
קינסטלער: אַלכּסנדר ווײַסמאַן ;(www.vaisman.org) דיזײַן: שרה װײַסמאַן |
|
|
|